ניו יארק – קיינער איז נישט פרייליך ווען מען באקומט א פארקינג טיקעט, אבער פון היינט און ווייטער וועט זיין עמיצער אין דער סיטי רעגירונג וועלכער איז גרייט צו הערן די טענות. די ניו יארק סיטי פינאנץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז זי האט אויפגענומען א "פארקינג סאמענס אדוואקאט", וועלכער וועט העלפן מאטאריסטן וואס האבן טענות איבער א פארקינג טיקעט וואס זיי האבן באקומען. דער באאמטער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דזשיען וועש, א געוועזענער לויער אין די סיטי'ס "פראצעסן און הירינגס אדמיניסטראציע", און ער וועט פארדינען פאר זיין נייע פאזיציע 120 טויזנט דאלאר א יאר. סיטי באאמטע זאגן אז וועש וועט דינען אלס פארמיטלער צווישן דעם פובליק און די פינאנץ דעפארטמענט, איבער סיי וועלכע טענות ארום פארקינג טיקעטס.
הוסף רשומת תגובה