פלאזא האטעל ענדליך פארקויפט
מאנהעטן – נעכטן האט מען געהערט אז א ניו יארקער ריעל עסטעיט פירמע, אינאיינעם מיט'ן באקאנטן סאודי אראביע פרינץ אלוואליד בין-טאלאל, האט אפגעקויפט דעם היסטארישן און לוקסוריעזן "פלאזא האטעל", וועלכע געפינט זיך הארט נעבן סענטראל פארק אין מאנהעטן. דער האטעל איז אפגעקויפט געווארן פאר דער סומע פון זעקס הונדערט מיליאן דאלאר, דורך פרינץ בין-טאלאל און די "אשכנזי אקוועזישאן קארפ", וועלכע ווערט אנגעפירט דורכ'ן ניו יארקער אינוועסטירער בען אשכנזי. די צוויי פלאנירן אונטערצונעמען א קאסטבארע רענאוואציע איבערצובויען און אויפצופרישן דעם האטעל, אריינגערעכנט עפענען נייע גאר טייערע געשעפטן אויף דעם אונטערשטן שטאק פונעם האטעל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל