מישיגען – א פאמיליע איז שערידאן, מישיגען האט געליטן פון אן אומאנגענעמען באזוך, ווען א פאמיליע פון רעקונס זענען אריינגעקומען צו זיי אהיים און זיך געזוכט באקוועם צו מאכן. די רעקונס האבן ניטאמאל געהאט די מענטשליכקייט אריינצוקומען געהעריג פון דער טיר, נאר זיי האבן באוויזן דורכצובויערן א שוואכע שטיקל האלץ אויפ'ן דאך פונעם הויז און זענען אריינגעפאלן פונעם דאך... די פאמיליע (די מענטשן פאמיליע, נישט די רעקון פאמיליע...) האט אלארמירט לאקאלע פאליציי און פייערלעשער, וועלכע האבן בארואיגט די צום-טויט דערשראקענע איינוואוינער און האבן ארויסגעפירט די רעקונס איינע נאך דער אנדערער.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל