וואשינגטאן – די אמעריקאנער נאסא ספעיס אגענטור האט אנגעהויבן דורכפירן טעסטן אויף סופערסאניק פאסאזשיר פליגערס, וואס וועלן קענען פליען גאר שנעל און נישט ארויסגעבן א הויכן גערודער. ביז היינט געבן סופערסאניק פליגערס ארויס א הויכע גערודער, און וועגן דעם איז עס נישט פראקטיש פאר קאמערציאלע פאסאזשיר רייזעס, און דאס האט געפירט טיילווייז צום דורכפאל פונעם "קאנקארד" סופערסאניק פאסאזשיר פליגער. נאסא וועט אצינד דורכפירן טעסטן אויף א נייעם שטילן סארט סופערסאניק פליגער, אין די גאלוואסטאן, טעקסאס ראיאן, און אויב די טעסטס זענען סוקסעספול, וועט זיין א מעגליכקייט אינעם צוקונפט צו פארן פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס, אין ווייניגער ווי דריי שעה, א וועג וואס היינט צוטאגס דויערט עס זעקס שעה.
הוסף רשומת תגובה