עירפארס פלי רייזע אפגעשטעלט
וואשינגטאן – די אמעריקאנער עירפארס האט נעכטן פארארדענט אז איר גאנצע פלאטע פון פליגערס זאלן פאר איין גאנצן טאג נישט דורכפירן קיין שום רייזעס, צו קענען דורכפירן עמורדזשענסי אינספעקשאנס אויף אלע פליגערס. די פארארדענונג קומט אלס רעזולטאט פון א סעריע טויטליכע אינצידענטן אין וועלכע אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס זענען געווען פארמישט, און די לעצטע פון די אינצידענטן איז געווען פאריגע ענדע וואך, ווען א נעשאנעל גארד פליגער האט אראפגעקראכט אין דזשארדזשיע און 9 זעלנער זענען אומגעקומען. די עירפארס זאגט אז ערגעץ פון יעצט ביז מאי 21 מוז יעדע מיליטערישע פליגער דורכגיין אן אינספעקשאן, און יעדע פליגער וועט אמווייניגסטנס 24 שעה נישט קענען פליען צוליב די אינספעקשאנס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל