ווירדזשיניע – א מערילאנד פארשוין, וועלכער אידענטיפיצירט זיך זעלבסט אלס א הויפט מיטגליד פון דער ראסיסטישער "קו קלוקס קלען", איז נעכטן געפונען געווארן שולדיג אויף קלאגעס אז ער האט אומלעגאל ארויסגעשאסן קוילן פון זיינע וואפנס, ביי די מאסיווע אומרוען און ראיאטן וואס האבן אויסגעבראכן פאראיאר זומער אין שארלאטסוויל, ווירדזשיניע, וואס האט זיך געענדיגט מיט א קאר אטאקע און איין פאטאליטעט. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס 53 יעריגער ריטשארד פרעסטאן, און מידיא רעקארדירונגען בשעת די ראסע ראיאטן אין שארלאטסוויל האבן אויפגעכאפט וויאזוי ער שיסט ארויס א קויל אין ריכטונג פון א ליבעראלן קאנטער-פראטעסטירער. אצינד איז פרעסטאן געפונען געווארן שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים, און ער שטייט אויס 10 יאר טורמע.
הוסף רשומת תגובה