ניו דזשערסי – פאליציי אין רידזשוואוד, ניו דזשערסי זאגן אז א פרוי איז געווארן ברוגז אויף א יוטיליטי ארבעטער, וועלכער האט פארראכטן דראטן נעבן איר היים, אז זי איז ארויפגעקראכן אויפ'ן טראק און עס אויסגעלאשן, לאזנדיג דעם יוטיליטי ארבעטער פארכאפט אינעם ספעציעלן קאסטן צוואנציג פיס אין דער לופטן. דער ארבעטער האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן צוריק אנגעצונדן דעם טראק און אראפגענומען דעם ארבעטער אין א גוטן צושטאנד, און דערנאך האבן די פאליציי ארעסטירט די פרוי, וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן מיט טשעפען, קרימינאלע גניבה (ווייל זי האט גערויבט געצייג פונעם יוטיליטי טראק) און קידנעפינג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל