דער איראנער אויסערן מיניסטער, זשאוועד זאריף, האט זיך היינט ארויסגעלאזט אויף א דיפלאמאטישע רייזע קיין אייראפע און רוסלאנד, וואו ער וועט באהאנדלען די צוקונפט פונעם נוקלעארן אפמאך אין ליכט פון די לעצטע שריט פון אמעריקע, און ער איז ערווארטעט צו קאנפערירן מיט די אויסערן מיניסטארן פון ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד.

די דייטשע קאנצלערין האט נעכטן אין א רעדע געזאגט, אז ״זי גלייבט נישט״ אז עס מעגליך צו ראטעווען דעם איראנער אפמאך נאכדעם וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן דערפון. דער פראנצויזשער פרעזידענט איז געגאנגען ווייטער און פארדאמט דאס צוריק ארויפלייגן סאנקציעס אויף איראן.

פאר׳ן זיך ארויסלאזן אויף די רייזע, האט זאריף געזאגט אין א סטעיטעמענט אז איראן פרובירט נאך צו ראטעווען דעם אפמאך, אבער גלייכצייטיג גרייטן זיי זיך צו באנייען דעם נוקלעארן פראגראם אין פאל די אפמאך ווערט אנולירט, און האט געווארנט אז דאסמאל וועט איראן פראדוצירן נוקלעארע וואפנס אויף אן ״אינדוסטריאלן״ פארנעם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל