קאנגא – א פרישער אויסברוך פון די עבאלע וויירוס האט זיך אנגעהויבן אין אפריקע, ווען די אויטאריטעטן אין קאנגא האבן באשטעטיגט צוויי אנגעשטעקטע וועלכע ווערן באהאנדלט, און 21 אנדערע מעגליכע קעיסעס. אויסער דעם זענען שוין געווען 17 טויטפעלער די לעצטע 5 וואכן. די נייעס האט געברענגט אן ערנסטע זארג לענגאויס אפריקע, וואו מען האט געליטן פון א שרעקליכער עבאלע וויירוס פארשפרייטונג אין יאר 2014, וואו עלף טויזנט זענען אומגעקומען לענגאויס די לענדער גיני, סיערע ליאן און ליבעריע. דער יעצטיגער אויסברוך איז שוין די 9'טע, זינט עבאלע איז צום ערשט אנטדעקט געווארן אין יאר 1976 די יו-ען זאגט אז זיי האבן אוועקגעשטעלט איין מיליאן דאלאר פון אן עמורדזשענסי פאנד, אין רעאקציע צו דער פרישער עבאלע פארשפרייטונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל