ניו יארק – פאר ניו יארקער איינוואוינער וועלכע פארמאגן עלעקטראנישע אויטאס, איז נעכטן געקומען גוטע נייעס, ווען די סטעיט באאמטע האבן געמאלדן אז זיי וועלן צולייגן פרישע טשארדזשינג סטאנציעס פאר עלעקטראנישע אויטאס לענגאויס דעם שטארק-באנוצטן טרואוועי שאסיי, און די נייע סטאנציעס וועלן האבן טעכנאלאגיע וואס קען זייער שנעל טשארדזשן אן עלעקטראנישע אויטא. די נייע סטאנציעס זענען טייל פון א 4.2 מיליאן דאלארדיגער פראיעקט, און די ערשטע פאזע פונעם פראיעקט וועט זיין צוויי נייע סטאנציעס ביי דרייצן טרואוועי קאמיוטער פארקינג לאטס אין די גאר נאענטע וואכן. אלעס אינאיינעם וועלן שוין זיין צוויי טויזנט טשארדזשינג סטאנציעס לענגאויס דעם טרואוועי נאכדעם וואס דער פראיעקט איז פארטיג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל