נעוואדא – די פעדעראלע טראנספארטאציע דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז זי האט אויסגעוועלט צען סיטיס אלס טייל פון א פראבע-פראגראם, אויסצופרובירן פארשידענע סארט קאמערציאלע דראונס, מיט'ן ציל צו קענען אוועקשטעלן רעגולאציעס איידער מ'שענקט ערלויבעניש פאר פירמעס צו נוצן דראונס פאר פילע אינדוסטריעלע זאכן. צווישן די טעסטן וואס וועלן דורכגעפירט ווערן, וועט זיין אויף א שיפינג דראון, וואס עמעזאן און אנדערע גרויסע פירמעס האבן שוין אנגעהויבן אנטוויקלען, און אויך וועט מען אויספרובירן די מעגליכקייט פון נוצן דראונס אלס פליענדיגע דרייווערלאזע טעקסיס – וואס "אובער" האט די וואך פונקט ארויסגעשטעלט א מאדעל פון א פליענדיגע טעקסי וואס זיי ווילן אריינשטעלן אין באנוץ. צווישן די סיטיס וואס זענען אויסגעוועלט געווארן, זענען רינא, נעוואדא, סאן דיעגא, קאליפארניע און די אוניווערסיטעט אוו אלאסקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל