וואשינגטאן – רוב ראיאנען און סטעיטס פון די פאראייניגטע שטאטן, שטייען פולקאם גרייט נאכצוקומען די הויכע פארלאנגען פון עלעקטער און נאטורליכע גאז סופליי פאר'ן זומער סעזאן, אבער עס איז דא א מעגליכקייט אז אין דרום קאליפארניע וועט זיין אביסל א מאנגל צוליב ווייניג גאז סופליי, און אין טעקסאס אויך, ווייל דארטן האבן עטליכע קוילן איינריכטונגען זיך אפגעשפארט אין די לעצטערע מאנאטן. די דעטאלן קומען פון א באריכט וואס פעדעראלע ענערגיע באאמטע האבן נעכטן פובליצירט, ווי דער רוטינער סדר איז אז בעפאר'ן זומער מאכט די פעדעראלע רעגירונג זיכער, צי עס וועלן זיך נישט מאכן מאסיווע קורצשלוסן אדער מאנגלען אין וויכטיגע גאז סופליי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל