וואשינגטאן – ליבעראלן האבן נעכטן געשטורעמט און ליארמט, איבער קאמענטארן וואס טראמפ האט געמאכט ביי א קאבינעט זיצונג, ווען ער האט זיך אפגערעדט איבער די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע שטראמען אריין קיין אמעריקע, זאגנדיג "מיר האבן מענטשן וואס קומען אריין, אדער פרובירן אריינצוקומען, און מיר שטעלן א סאך אפ. איר וועט נישט גלייבט ווי שלעכט די מענטשן זענען. זיי זענען נישט קיין מענטשן, נאר זיי זענען חיות!" ליבעראלן שרייען אז טראמפ איז אוממענטשליך און קאלט, פאר'ן באצייכענען אלע אומלעגאלע אימיגראנטן אלס חיות, ווען עס זענען דא זייער א סאך וואס קומען פשוט זיך צו ראטעווען פון שווערע מצבים און זענען עכט וואוילע מענטשן. דאס ווייסע הויז האט אבער באשולדיגט די מידיא אין פארדרייען טראמפ'ס ווערטער, זאגנדיג אז טראמפ האט זיך באצויגן צו די "עם-עס-13" קרימינאלע גענג באנדע, וואס שטאמט אריגינעל פון על סאלוואדאר און געפינען זיך יעצט אין עטליכע אמעריקאנער סיטיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל