וואשינגטאן – דער גאנצער סענאט האט נעכטן באשטעטיגט דזשינע העספעל, צו דינען אלס נייע דירעקטארשע פון דער סי-איי-עי, אין א שטארקן זיג פאר פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט איר נאמינירט צו דער פאזיציע. איר באשטעטיגונג איז געקומען נאך א פארצויגענעם פארהער פראצעדור, ווען פילע סענאטארן האבן געהאט פראגעס איבער איר קאנטראווערסיאלער פארגאנגענהייט אין דער סי-איי-עי. אלעס אינאיינעם האבן 54 סענאטארן געשטימט איר צו באשטעטיגן, און 45 האבן געשטימט קעגן איר – וואס דאס האט אריינגענומען 6 דעמאקראטן וואס האבן זיך צוגעשטעלט און געשטימט פאר איר, און צוויי רעפובליקאנער (רענד פאול און דזשעף פלעיק) וועלכע האבן געשטימט קעגן איר. יעצט דערווארט מען אז זי וועט איינגעשוואוירן ווערן און באלד אנהייבן איר ארבעט אלס דירעקטאר פון דער גרעסטער אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטור.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל