ניו דזשערסי – צוויי זענען אומגעקומען און 43 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, ווען א סקול באס אנגעפילט מיט פינפטע קלאס סטודענטן, האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א גרויסן זאמד טראק אויף א פארנומענעם שאסיי אין ניו דזשערסי. דער קראך האט פאסירט בערך האלב עלף אינדערפרי אינעם שטעטל מאונט אליוו אין צפון ניו דזשערסי. דער ארטיגער גאווערנאר פיל מורפי האט אויפגעטרעטן ביי אן עמורדזשענסי פרעסע קאנפערענץ, וואו ער האט ארויסגעגעבן די דעטאלן פון וואס ס'האט פאסירט, זאגנדיג אז א גרויסער פראצענט פון די פאציענטן זענען אין א קריטישן צושטאנד און וועלן דארפן דורכגיין פארשידענע אפעראציעס. דער פאטאלער עקסידענט האט אפגעשלאסן טייל ליניעס פונעם "אינטערסטעיט 80" שאסיי, און פאליציי קוועלער זאגן אז ביידע פאטאליטעטן זענען פונעם באס, איינס א סטודענט און דער צווייטער א סקול איינגעשטעלטער. פעדעראלע באאמטע פארשן דעם עקסידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל