ניו יארק – די ניו יארק סיטי רעגירונג האט אויסגעגעבן 107 מיליאן דאלאר, אויף צו שארן שניי אין לויף פונעם נארוואס-פארענדיגטן ווינטער. די ציפערן זענען נעכטן ארויסגעגעבן געווארן דורך די סיטי'ס סאניטאציע קאמישאנער, וועלכע האט אויפגעטרעטן ביי א פארהער אינעם סיטי קאונסיל, זיך אויסדרוקנדיג אז "דער פארלאפענער שניי סעזאן האט אויסגעזען ווי עס גייט זיך קיינמאל נישט ענדיגן". די קאמישאנער האט געזאגט אז די סאניטאציע אגענטור האט אריגינעל געהאט אוועקגעלייגט 84 מיליאן דאלאר פאר שניי שארן, אבער למעשה איז געפאלן איבער פערציג אינטשעס שניי אין לויף פונעם ווינטער, און זי איז געווען געצוואונגען צוצולייגן נאך 23 מיליאן דאלאר. אויף קומענדיגן ווינטער האפן זיי צו זיין בעסער גרייט, און שאצן שוין א קאסט פון 98 מיליאן דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל