בוענאס איירעס – א טיטשער אין אן אלגעמיינע שולע אין בוענאס איירעס, ארגענטינע, האט געפרעדיגט העסליכע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע פאר אירע סטודענטן – לויט ווי עס ווערט באשולדיגט דורך עטליכע סטודענטן וואס האבן פילמירט אירע העסליכע סטעיטמענטס. די טיטשער דעניס יאנעט עוואקועז ווערט באשולדיגט, אז זי האט געזאגט פאר אירע סטודענטן אז אדאלף היטלער ימ"ש איז עכט געווען א גוטער מענטש, נאר די פאראייניגטע שטאטן האט אים פשוט אנגעהויבן באשמוצן ווען זיי האבן זיך אנגעשלאסן אינעם צווייטן וועלט קריג. באזונדער האט עוואקועז געזאגט פאר די סטודענטן, אז ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס אין אייראפע האט מען אייביג פיינט געהאט אידן, "ווייל אידן האבן געמאכט א לעבן אויף ארימע מענטשן". א ווארטזאגער פאר דער שולע האט געזאגט אז מ'האט אונטערגענומען אן אויספארשונג איבער עוואקועז'ס קאמענטארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל