פראנקרייך – א פארשוין האט געשריגן אנטיסעמיטישע און טעראריסטישע לאזונגען פארנט פון א אידישן מוסד אינעם פאריזער ראיאן. דער אינצידענט האט פאסירט פארנט פון דער בית הילל אידישער שולע אין לעוואלאי, א געגנט נעבן צענטראל פאריז, וואו דער פארשוין האט זיך אראפגעשטעלט און געשריגן אויף די קינדער בשעת'ן אריינגיין אין סקול, אריינגערעכנט "אללא אכבאר" און "איר זענט קינדער מערדער!" די פאליציי איז אלארמירט געווארן, און ווען זיי האבן גענומען דעם פארשוין אונטער ארעסט, האבן זיי געטראפן אין זיין טאש א פלעשל אלקאהאל. פאליציי האבן אים אפגעשיקט צו א פסיכיאטארישן שפיטאל, אין א שריט וואס די לאקאלע אידן האבן אראפגעריסן, אז לעצטנס טוט אזוי די פאליציי ביי יעדן אנטיסעמיטישן פאל, דורכ'ן טענה'ן אז די שולדיגע זענען סתם גייסטיש-קראנק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל