מיאמי – פייער אויספארשער אין פלארידע האבן געעפנט אן אויספארשונג, צי א באטעריע אין אן עלעקטראנישן ציגארעטל האט געברענגט א קליינעם אויפרייס, פון וועלכן איינער איז אומגעקומען. דער אינצידענט האט פאסירט אינעם פלארידע שטעטל סט. פיטערסבורג, וואו דער 38 יעריגער טאלמאדזש דעליא איז געפונען געווארן נישט-לעבעדיג ווען פייערלעשער זענען אנגעקומען צו זיין היים צוליב א פייער-אלארם. מ'האט שפעטער געפונען שטיקער אייזן און אנדערע טיילן פון אן עקספלאדירטן עלעקטראנישן ציגארעטל אין זיין קאפ, דעריבער פארשט מען אויס, צי דער אויפרייס פונעם עלעקטראנישן ציגארעטל האט אים אומגעברענגט. אויב יא, וועט דאס זיין דער סאמע ערשטער טויטפאל פון אזא סארט ציגארעטל אין אמעריקע, און וועט פארשטארקערן דעם קאמף פון דער פעדעראלער רעגירונג דערקעגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל