בעלגיע – 5 יאר נאך א געוואגטער מאסיווער מולטי-מיליאן דאלארדיגע דיאמאנטן גניבה, וואס האט פאסירט אויפ'ן טארמאק פונעם בריסל לופטפעלד, האט א בעלגישע געריכט נעכטן ריינגעוואשן אכצן פארדעכטיגטע פון סיי וועלכע קלאגעס אין פארבינדונג מיט דער גניבה, זאגנדיג אז די אויטאריטעטן האבן נישט געהאט גענוג באווייזן. די מאסיווע גניבה אין יאר 13', ביי וועלכע דיאמאנטן און טייערע שטיינער אין ווערד פון צענדליגער מיליאנען דאלארן זענען גערויבט געווארן, הארט בעפאר עס האט געזאלט ארויפגעשטעלט ווערן אויף א פליגער אויפ'ן וועג קיין שווייץ, האט אויפגעטרייסלט די וועלט, און יעצט אז אכצן באשולדיגטע זענען באפרייט געווארן, איז דאס א בושה פאר בעלגישע פראקורארן. בלויז איינער איז נאך אונטער ארעסט פאר דער גניבה, און יענעמ'ס פראצעס האט זיך נאכנישט אנגעהויבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל