סאו פאולאו – אויטאריטעטן אין בראזיל האבן נעכטן געמאלדן, אז עס איז זיי געלונגען צו צעשטערן אן אייסיס טעראר צעל, נאך איידער די גרופע האט זיך געהאט בכלל געהעריג פארמירט. פראקורארן זאגן אז זיי האבן אנגעקלאגט עלף פארשוינען וועלכע האבן פרובירט אוועקצושטעלן דעם צעל, און האבן פרובירט אויך צו רעקרוטירן יוגנטליכע בראזיליאנער בירגער, אז זיי זאלן פארן קיין סיריע און קעמפן אויפ'ן פראנט פאר אייסיס. לויט דער בראזיל רעגירונג, איז די צעשטערונג פונעם אייסיס צעל א רעזולטאט פון א פארצויגענער מיסיע, מיט געהיימע שפיאנאזש און אונטערהער אפעראציעס, דורך וועלכע מען האט נאכגעקוקט די פארשוינען אויף סאציאלע מידיא און אנדערע ערטער, און דערגאנגען זייערע פלענער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל