סיריע – באריכטן צייגן אז דער סירישער דיקטאטור, באשאר אסאד, איז אויפגעברויזט אויף איראן, פאר'ן אונטערנעמען אייגענע מיליטערישע שריט אין סיריע, הויפטזעכטליך איבער די צוואנציג ראקעטן וואס איראנער קרעפטן האבן מיטוואך ביינאכט אריינגעשאסן צו דער איזראעלישער זייט פונעם גולן ראיאן. מען האט אויך נעכטן געהערט אז איראן לייקנט די באריכטן אז מדינת ישראל האט באמבארדירט אירע באזעס, ווען א הויכראנגיקער פארלאמענט מיטגליד האט געזאגט אז די באריכטן זענען "פעיק ניוז", און איראן האט אפילו נישט קיין באזעס אין סיריע. אויסער דעם האט מען געהערט נעכטן אז סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט עטליכע טעג צוריק געשיקט א ווארענונג פאר איראן, אז אויב נעמען זיי סיי וועלכע שריט קעגן מדינת ישראל, וועט אמעריקע נקמה נעמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל