אין רעאקציע צו א מיסיל-אטאקע וואס איראנישע כוחות האבן דורכגעפירט פון סיריע קעגן מדינת ישראל, האבן די מדינת ישראל לופט-קרעפטן צעשטערט כמעט די גאנצע מיליטערישע אינפאסטרוקטור וואס איראן האט אין די לעצטיגע יארן אויפגעשטעלט אין סיריע.

די ברייטפארצווייגטער אקציע וואס דאס מיליטער האט דורכגעפירט אין סיריע איז געקומען נאך דעם וואס די 'אַל-קודס', וואס איז דער אויסלענדישער מיליטערישער פליגל פון איראנ'ס 'נאציאנאלע גווארדיע' (נעשאנעל גארד), האט אינמיטן נאכט געשאסן צוואנציג מיסילס אויף מיליטערישע צילן אין מדינת ישראל.

עטליכע מיסילס זענען אראפגעשאסן געווארן דורך דעם מיסיל-שיץ סיסטעם, און די איבעריגע האבן נישט געטראפן אין ציל.

מדינת ישראל האט באלד דערויף אפגעענטפערט די אטאקע דורכ'ן אטאקירן צענדליגער איראנישע צילן איבער מערערע ערטער אין סיריע, און ווי פארטיידיגונגס מיניסטער אביגדור ליבערמאן באהויפטעט, איז כמעט אלע מיליטערישע איינריכטונגען וואס איראן האט אויפגעשטעלט אין סיריע צעשטערט אדער ערנסט געשעדיגט געווארן.

די צאל פאטאליטעטן פון דער אטאקע איז נאכנישט קלאר, אבער באריכטן רעדן פון צענדליגער טויטע, אריינגערעכנט מיטגלידערס פון דער איראנער ארמיי ווי אויך סאלדאטן פון אסאד'ס מיליטער.

דאס ווייסע הויז האט פארדאמט די איראנישע אטאקע און אויסגעדריקט שטיצע פאר מדינת ישראל'ס רעכט זיך צו פארטיידיגן קעגן אנגרייפערס, און אן אומבאשטעטיגטע מידיא-באריכט ווייסט צו דערציילן, אז דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, מייק פאמפעאו, האט ממש לעצטנס איבערגעשיקט א ווארענונג צו איראן, אז אויב וועט זי אטאקירן מדינת ישראל וועט די פאראייניגטע שטאטן רעאגירן.

פארדאמונגען קעגן איראן און שטיצע פאר מדינת ישראל איז אויך געקומען פון ענגלאנד, דייטשלאנד און פראנקרייך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל