א באריכט אינעם ״יו.עס.עי. טודעי״ ברענגט נאך אן אויספירליכע שטודיע איבער דעם פינאנציעלן צושטאנד פון אלע טאונס אין ניו יארק, וועלכע צייגט אז די טאון פון שיכון סקווירא איז דאס ארימסטע אין ניו יארק, נאכגעפאלגט דורך קרית יואל וועלכע איז די צווייט-ארימסטע.
דער באריכט זאגט אז איבער 70 פראצענט פון די איינוואוינער אין שטעטל געפינען זיך אונטער די לעגאלע ״ארימקייט ליניע״, וואס שטייט ביי אן איינקונפט פון ארום 15,000 דאלאר יערליך פאר יחידים און 20,000 דאלאר פאר פארפעלקער.
די שטודיע צייגט, אז די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט פון א פאמיליע אינעם שטעטל שטייט ביי 21,773 דאלאר, אין פארגלייך צו דעם אלגעמיינעם דורכשניט אין ניו יארק, וואס שטייט ביי א יערליכן איינקונפט פון 60,741 דאלאר.
סקווירא ווערט נאכגעפאלגט דורך קרית יואל, וועלכע איז די צווייט ארימסטע טאון און די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט שטייט עטוואס העכער ביים ארום 26,000 דאלאר פער פאמיליע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה