איראק – א געהיימע געוואגטע אפעראציע, פון איראקער און אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטן אינאיינעם, האט געברענגט צו דעם סוקסעספולן ארעסט פון 5 הויכראנגיקע אייסיס מיטגלידער. ווי מען הערט, האבן די שפיאנאזש אגענטן גענוצט א הויכראנגיקן אייסיס פיגור, אבו זאאיד על-איראקי, וועמען זיי האבן געכאפט אין פעברואר, זיי צו העלפן מיט דער אפעראציע. די אגענטן האבן גענוצט די "טעלעגראם" סאציאלע מידיא "אפליקאציע" אויף על-איראקי'ס סעלפאון, צו סקעדזשועלן א זיצונג מיט 5 אייסיס קאמאנדירן פון סיריע, אז זיי זאלן אריבערקומען קיין איראק, מיינענדיג אז זיי גייען זיך טרעפן מיט אנדערע הויכראנגיקע אייסיס מיטגלידער. ווי נאר די אייסיס קאמאנדירן זענען אריבערגעקומען די גרעניץ, האבן איראקער אגענטן זיי ארעסטירט אויפ'ן ארט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל