קואלא לאמפור – נעכטן האט מאלאזיע איינגעשוואוירן א נייעם פרעמיער מיניסטער, בלויז איין טאג נאכדעם וואס די ארטיגע וואלן האבן זיך געענדיגט אין א שאקירנדן רעזולטאט. עס איז געלאפן פאר ווידערוויילונג דער ביז יעצטיגער פרעמיער מיניסטער, נאדזשיב ראזאק, אבער געוואונען האט דער 92 יעריגער מאהאטיר מוכאמעד, פון דער אפאזיציע פארטיי, וואס ער איז שוין אויך איינגעשוואוירן געווארן. מוכאמעד האט באלאנגט לאנגע יארן צו דער "באריסאן נאסיאנאל" פארטיי, וועלכע האט געוועלטיגט אין מאלאזיע אנע אויפהער זינט דאס לאנד איז געווארן זעלבסטשטענדיג, און מוכאמעד האט אויך געדינט עטליכע יאר אלס פרעמיער מיניסטער, ביז'ן אפטרעטן 15 יאר צוריק. היי יאר האט ער אויפגעגעבן זיין רעטייערמענט און האט זיך אנגעשלאסן אין דער אפאזיציע און געווינען, אומווארפנדיג די "באריסאן נאסיאנאל" פון זייער ביז יעצטיגן קאנטראל אין לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל