וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א ביל, וועלכע וועט ארויסהעלפן געליטענע פונעם צווייטן וועלט קריג און זייערע פאמיליעס, צוריקצובאקומען זייערע פראפערטיס און פארמעגנס אין פוילן. דאס געזעץ איז דעבאטירט געווארן עטליכע וואכן אין קאנגרעס און אינעם סענאט, און האט געברענגט גרויס אויפברויז ביי דער פוילישער רעגירונג, וועלכע האט געזאגט אז דער ביל צילט סתם צו טשעפען מיט פוילן, ווידערהאלנדיג אז פוילן האט פאקטיש נישט געשפילט קיין שום ראלע אינעם האלאקאוסט. דער ביל האט נישט דערמאנט פוילן ספעציפיש, נאר אריינגערעכנט אלע לענדער, אבער פוילן האט זיך געשפירט געטראפן, וויבאלד זיי ווערן טאקע געצילט, היות זיי זענען דאס איינציגסטע לאנד וואס האט נאכנישט קיין געזעץ צו פארטיילן קאמפענסאציע פאר פארלוירענע פראפערטי און פארמעגנס פון אידן בעפאר'ן קריג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל