קואלא לאמפור – ווי באריכטעט, האט מאלאזיע איינגעשוואוירן א נייעם פרעמיער מיניסטער, דער 92 יעריגער מאהאטיר מוכאמעד, און ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז דער מוכאמעד א וויסטער און אפענער אנטיסעמיט. צווישן אנדערן האט ער געשריבן אין יאר 2012 אז "עס איז נישט קיין סוד אז אידן קאנטראלירן די וועלט", און ביי אן איסלאמישן קאנפערענץ אין מאלאזיע אין יאר 2003 האט ער געזאגט, "1.3 ביליאן מוסולמענער קענען נישט באזיגט ווערן דורך א פאר מיליאן אידן. מיר מוזן טרעפן א וועג צו זיגן! די אייראפעאישע האבן באוויזן אפצואווישן 6 מיליאן אידן פון א סך הכל פון 12 מיליאן אידן! אין א בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן אין יאר 1970, האט ער געשריבן, "אידן זענען נישט בלויז אויסשטאפירט מיט א הוק-נאז, נאר זיי פארשטייען נאטורליך צו געלט". ביים דערמאנטן קאנפערענץ אין 2003, האט ער געזאגט "איך בין שטאלץ אז מ'רופט מיך אן אנטיסעמיט".

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל