גולן – מיט שרעק און זארג האט מען זיך נעכטן צוגעקוקט צו די אנטוויקלונגען אין מיטל מזרח, ווען איראנער קרעפטן אין סיריע האבן אריינגעשאסן ראקעטן אין מדינת ישראל טעריטאריע אינעם גולן ראיאן – איין טאג נאכדעם וואס דאס איזראעלישע מיליטער האט געשטעלט דעם גאנצן ראיאן אויף הויכן אלערט צוליב דער מעגליכקייט פון א מלחמה.

לויט די באריכטן, האבן איראנער קרעפטן, אויף דער סירישער זייט פונעם גולן, אריבערגעשאסן העכער צוואנציג ראקעטן, צילנדיג מיליטערישע באזעס וואס מדינת ישראל פארמאגט אין דער זייט פונעם גולן. די סירענעס האבן זיך צעפיפן, און איינוואוינער זענען געווען געצוואונגען אריינצולויפן אין די באמבע שעלטערס, אבער מען האט נישט געהערט פון קיין ערנסטע שאדנס פון די איראנער ראקעטן.

קורץ נאכדעם האט מדינת ישראל דורכגעפירט א סעריע באמבארדירונגען אויף איראנער צילן אין סיריע, אריינגערעכנט אן איראנער באזע נישט ווייט פונעם סירישן הויפטשטאט דמשק – און די אלע אנטוויקלונגען ברענגען א גאר ערנסטע זארג, אז מען האלט חלילה אט ביים שוועל פון א דירעקטע קריג צווישן מדינת ישראל און איראן, ווארשיינליך אלס רעזולטאט פון די אנטוויקלונגען ארום דעם איראן דיעל.

אפדעיט:
רעגירונגען פון איבער די וועלט האבן אויסגעדרוקט שטיצע פאר די איזרעילי באמבארדירונגען, און באשולדיגט איראן אין ברענגט אומסטאביליטעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל