פשוט און פראסט עברי מיט טייטש פון יסודות'דיגע, גאנגבארע ווערטער און טערמינען

די קרעדיט-קארד סוגיא איז ברייטפארצווייגט און איז כולל עטליכע סוב-סוגיא'ס. אבער איידער מען טויכט אריין אין דעם פלאסטישן אקעאן, איז ראטזאם זיך צו נאענטער באקענען מיט'ן קרעדיט-קארד זשארגאן – מסביר זיין אויף פשוט אידיש דעם מיין פון דעם בינטל געווענליכע, גאנגבארע ווערטער און טערמינען בשייכות מיט קרעדיט קארטלעך.

בילד




Minimum Payment

("מינימום פעימענט" איז דער סכום, דער פראצענט פונעם ביל, וואס מוז באצאלט ווערן כדי דער חוב זאל נישט הייסן שפעט באצאלט.)

ווען איר באצאלט מיט א קרעדיט קארטל, האט איר אויף פשוט אידיש-גערעדט געבארגט געלט. ווי מיט יעדער הלוואה, באקומט איר א צייט ביז ווען איר זענט מחוייב צו באצאלן דעם חוב.

ווען איר באקומט דעם חודש'ליכן קרעדיט-קארד ביל, דערווארט די באנק איר זאלט דאס געלט באצאלן ביז דעם אנגעגעבענעם טאג. אויב באצאלט איר נישט צו דער באשטימטער צייט, לייגט די באנק צו צינזן צום חוב. אבער דאס אז דער חוב ווערט אזוי ארום גרעסער איז נאר איין תוצאה פון שפעט באצאלן. עס אפעקטירט אויך אייער רעפוטאציע: אין דער פינאנציעלער וועלט באקומט איר א נאמען פון עמיצן וואס קען נישט געטרויט ווערן מיט קרעדיט.

אין רוב פאלן ווערט איר אבער נישט דערווארטעט צו באצאלן דעם גאנצן חוב אויפאמאל. די באנק וועט אפשר יא צולייגן צינזן, אבער עס וועט נישט ארויפגיין אויף אייער רעקארד אז איר האט נישט באצאלט אין צייט.

רוב קרעדיט-קארד פירמעס פארלאנגען אלס מינימום פעימענט צווישן צוויי ביז פינף פראצענט פונעם ביל. עס זענען פאראן אויסנאמען, אבער דאס איז כלל.

Late Payment Fee

אויב איר באצאלט נישט דעם אנגעגעבענעם מינימאלן סכום, וועט די באנק געווענליך צולייגן אזא "שטראף", א צוגאב פראצענט, פאר'ן נישט האבן באצאלט דעם ביל אין צייט.

Grace Period

די באנק אדער אנדערע פינאנציעלע אינסטיטוט פארשטייט אבער עס קען זיך ביי יעדן מאכן א שווערע תקופה, ווען דער מענטש איז פינאנציעל געדריקט. דערפאר וועט זי געווענליך צוגעבן עטליכע טעג ביז ווען דער ביל קען געצאלט ווערן, איידער די באנק לייגט צו פראצענט פאר'ן שפעט-צאלן. די דאזיגע צוגאב-צייט איז געווענליך פון 21 ביז 25 טעג.

דער "גרעיס פיריאד" ווערט אבער ווי פארשטענדליך נאר געגעבן פאר א נייער טראנזאקציע. פאר די איבערבלייבענישן פון פריערדיגע בילס וואס זענען נאכנישט באצאלט געווארן באקומט מען נישט קיין געלעגנהייטן, און דער חוב וועט ממשיך זיין צו וואקסן ביז ער וועט אינגאנצן באצאלט ווערן.

Cash Advance

דאס איז א הלוואה אינעם פשוט'סטן זין פונעם ווארט. עמיצער נויטיגט זיך אין מזומן און פארמאגט פונקט נישט, גייט ער צו אן עי-טי-עם מאשין אד"ג, און בארגט געלט פון דער באנק וואס שטייט אונטער דעם קרעדיט-קארטל.

אנדערש ווי נארמאל, ווען איר ניצט דעם קרעדיט קארד צו קויפן עפעס, איר די דאזיגע געלט-הלוואה נישט אומזיסט. "קעש עדווענס" איז דווקא טייער, און די באנק וועט געווענליך רעכענען ארום דריי פראצענט פון דעם סך הכל סכום.

Authorized User

אן "אויטאריזירטער באניצער" פון א קרעדיט קארטל איז סיי וועלכער מענטש וואס איז נישט דער אייגנטליכער אייגנטומער פונעם קארטל און נישט פאראנטווארטליך צו באצאלן דעם ביל, אבער האט רשות פונעם באלעבוס צו ניצן דאס קארטל. גאנגבארע ביישפילן זענען משפחה-מיטגלידער אדער פריינט, וואס וועלן דערלויבן עמיצן צו ניצן דאס קארטל; עלטערן וואס שיקן א קינד אין א ישיבה אין א צווייטן לאנד, אד"ג.

Annual Fee

דער "יערליכער אפצאל" איז פשוטו כמשמעו, אז באשטימטער סכום געלט וואס יעדער קרעדיט-קארטל אייגנטומער דארף איינצאלן איינמאל אין יאר פאר'ן זכות פון פארמאגן דאס קארטל. די סומע איז אנדערש ביי יעדער פירמע און אויך געוואנדן אין די ספעציפישע באניצער-פרטים פונעם בעל הקארטל. דער יערליכער אפצאל קען זיין אזוי ווייניג ווי צען דאלאר און קען זיין אזוי סך ווי צען-טויזנט דאלאר.

די קארטלעך וואס שלאגן פאר א סך באנוסעס, וועלן אין אלגעמיין רעכענען א העכערן יערליכן סכום – פשוט ווייל זיי דארפן דאך פון ערגעץ-וואו נעמען דאס געלט וואס דאס פינאנצירן די באנוסעס קאסט אפ.

בילד

'אומגעווענליכע' קרעדיט קארטלעך

סובפּריים קרעדיט קארטלעך

דער דאזיגער סארט קארטל איז מסתמא דער ערגסטער און געפארפולסטער וואס פאראן. סובפריים קארטלעך זענען געווידמעט מענטשן מיט א שלעכטן קרעדיט-רעקארד. אנדערש ווי דעם "סעקיורד קארטל", ביי וועלכן דער באניצער דארף איינלייגן א סכום געלט קעגן וועלכן ער קען ניצן דאס קארטל, שטעלט א סובפריים קארטל צו קרעדיט פונקט ווי ביי א געווענליכן קרעדיט קארד. היות אבער דער מענטש האט א שלעכטן עבר וואס שייך באצאלן חובות, רעכנט די פינאנציעלע אינסטיטוציע סך מער געלט פאר יעדער באדינונג, כדי צו קאמפענסירן אויף דער ריזיקע וואס זי נעמט מיט'ן בארגן געלט צו א מענטש וואס איז האלבוועגס בחזקת אוועקשטעלן דעם חוב על קרן הצבי.

די סכנה מיט אזא קארטל איז, אז די שפעט-צינזן וואס די באנק לייגט צו, אין פאל דער חוב ווערט נישט באצאלט צו דער באשטימטער צייט זענען זייער הויך, און איידער וואס-ווען-ווי טרעפט דער באניצער זיך מיט א ריזיגן חוב.

די פינאנציעלע אינסטיטוציעס ניצן אויך אויס דעם מצב פונעם אפליקאנט. זיי ווייסן גוט, אז יענער האט נישט פאר זיך קיין סך ברירות, און אויב ער וויל א קרעדיט קארטל מיט אזא רעקארד איז יענער אנגעוויזן אויף א סובפריים קארטל. דערפאר דערלויבן זיי זיך מער ווי א געווענליכע פירמע מיט א מענטש וואס האט א בעסערן רעקארד. די תנאים און פרטים זענען אומקלאר און אפילו סתירה'דיג, און ס'פאדערט זיך צומאל אן עקספערט זיי צו דעשיפרירן.

די פעדעראלע רעגירונג האט אוועקגעשטעלט רעגולאציעס מיט'ן ציל צו האלטן די צושטעלערס פון אזעלכע קארטלעך אין די ראמען. די פירמעס געפינען אבער שטענדיג לעכער אין די געזעצן און זענען שעפעריש ביז גאר מיט'ן טרעפן אומוועגן און אויסריידן צו טאן דאס זייעריגע.

Prepaid קרעדיט קארטלעך

דאס איז דער סאמע פשוט'ער סארט קארטל וואס נאר פאראן. א "פּריפּעיד" איז נישט ממש קיין קרעדיט קארטל, ווייל עס שטעלט צו נישט קיין קרעדיט. עס פונקציאנירט אבער יא ווי א קרעדיט קארטל, און האט באמת א סך מעלות.

מיט א פריפעיד קארטל לייגט דער מענטש איין געלט – געווענליך וויפיל ער וויל, אן קיין מינימום סכום – וואס ער קען דערנאך ניצן. ווען דער סכום לאזט זיך אויס, גייט דאס קארטל דרימלען ביז דער באניצער לייגט צו געלט. וויפיל ער לייגט אריין, אזויפיל קרעדיט באקומט ער.

די עיקר חילוקים פון א פּריפּעיד ביז א "סעקיורד" קארטל איז, קודם כל אז עס בויט נישט אויף דעם מענטש'ס קרעדיט, אז עווענטועל זאל ער קענען באקומען א געהעריגן קרעדיט קארטל. פון דער אנדערער זייט זענען אבער נישטא דא קיין צינזן און שטראפן פאר'ן נישט באצאלן אין צייט.

 

Limited Purpose קארטלעך

דאס זענען קארטלעך וואס ווערן צוגעשטעלט דורך אינדיווידועלע געשעפטן, גאז-סטאנציעס, אד"ג, וואס קענען געניצט ווערן נאר ביי יענע אדער נאך א צאל באגרעניצטע ספעציפישע פלעצער.
 

סטודענט קארטלעך

געווידמעט סטודענטן, וואס האבן דאך כמעט אין אלע פאלן נישט קיין שום רעקארד. זייער קרעדיט-עבר איז נישט שלעכט, אבער אויך נישט גוט. אין דער פינאנציעלער וועלט איז ער ווי א ניי-געבוירן קינד.

סטודענט קרעדיט קארטלעך קומען געווענליך מיט צוגענגליכע תנאים, אבער אויך באגרעניצונגען.
די קאנצעפט איז זייער שייך ביי אונז, היימישע אידן, וואס שטייען אויף אזא מדריגה ביים ארויסגיין ארבעטן נאך דער חתונה. למעשה זענען די קארטלעך געווידמעט דווקא פאר סטודענטן, און נישט סתם מענטשן בלי שום קרעדיט היסטאריע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל