פיאנגיענג – דער צפון קארעאר רעזשים האט זיך נעכטן געבראכן פאר'ן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, און האט באפרייט די דריי אמעריקאנער בירגער וועלכע ווערן שוין געהאלטן א לענגערע צייט אין ארטיגע טורמעס, אויף פאלשע און לעכערליכע שפיאנאזש קלאגעס. די נייעס איבער דער באפרייאונג איז געמאלדן געווארן נעכטן אינדערפרי דורך פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט געזאגט אז די דריי וועלן אהיימקומען מיט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא, וועלכער האט אפגעשטאט א באזוך אין צפון קארעא און זיך געטראפן מיט קים יאנג אן. היינט פארטאגס איז פרעזידענט טראמפ ארויסגעפארן צום ענדרוס עירפארס באזע נעבן וואשינגטאן, און פערזענליך אפגעווארט און באגריסט די 3 באפרייטע אמעריקאנער, וועלכע האבן זיך הערצליך באדאנקט פאר'ן פרעזידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל