טעהראן – נעכטן האט מען פונדאסניי געהערט דעם סלאגאן "טויט צו אמעריקע" אינעם איראנער פארלאמענט, אלס טייל פון איראן'ס רעאקציע צו טראמפ'ס באשלוס ארויסצוציען זיך פונעם נוקלעארן דיעל. פארלאמענט מיטגלידער האבן ארויסגעדרוקט קאפיעס פון אמעריקאנער פענדלעך און דאס אונטערגעצונדן, שרייענדיג "טויט צו אמעריקע", און דער איראנער פארלאמענט ספיקער אלי לאריזשאני האט געזאגט אז "טראמפ האט נישט די גייסטישע מעגליכקייט צו דיעלן מיט שווערע אישוס", און דעריבער ציט ער זיך ארויס פונעם איראן דיעל. איאטאלא כומענאי, דער גייסטליכער איראנער פירער, האט אויך געצימבלט פרעזידענט טראמפ און געזאגט "דו קענסט נישט טאן קיין שום פארשאלטענע זאך!"

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל