דער ניו יארקער אטוירני דזשענעראל עריק שניידערמאן האט נעכטן געמאלדן זיין באלדיגע רעזיגנאציע, נאכדעם וואס עס זענען ארויסגעקומען קעגן אים ערנסטע באשולדיגונגען איבער אן אגרעסיווע און אומפאסיגע אויפפירונג אין די פארגאנגענהייט.

די רעזיגנאציע איז געקומען אויפ׳ן פארלאנג פון גאווערנער קאומא, וואס איז געקומען באלד נאכדעם וואס די ״ניו יארקער״ מאגאזין האט פארעפנטליכט די געשיכטעס, און נאך עטליכע שטונדן האט שניידערמאן ארויסגעגעבן א רעזיגנאציע סטעיטמענט אין וועלכע ער לייגט צו אז די אינצידענטן זענען פאלש רעפרעזענטירט געווארן.

אינעם ווייסן הויז איז די נייעס אויפגענומען געווארן מיט אומבאהאלטענע צופרידנהייט, וויבאלד שניידערמאן האט אין די לעצטע יאר זיך געבויט א רעפוטאציע דורך אטאקירן און קריטיקירן נאכאנאנד פרעזידענט טראמפ, און אינעם שטעלן לעגאלע שטרויכלונגען צו די טראמפ אדמיניסטראציע.

אצינד וועט די ניו יארקער אסעמבלי הויז דארפן שטימען פאר אן ערזאץ צום אטוירני דזשענעראל, און זיי וועלן ווארשיינליך ערוועלן א דעמאקראטישן קאנדידאט וועלכע וועט דינען אויף די פאזיציע ביז די וואלן וועלכע קומען פאר אין נאוועמבער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל