מארגן איז די קאליפארניע ענערגיע אגענטור ערווארטעט צו שטימען פאר א רעזאלוציע, וועלכע וועט צווינגען אלע נייע היימען וועלכע ווערן געבויט פון 2020 צו פארמאגן סאלער פאנעלן צו פראדוצירן איר אייגענע עלעקטריציטעט.

אין 2007 האט די קאליפארניע לעגיסלאטור דורכגעפירט א פלאן אונטער וועלכע קאליפארניע זאל ביז 2020 נעמען איר עלעקטעריק פון ריינערע ענערגיע קוועלער, און אונטער דעם נייעם געזעץ וועלן זיי זיך רוקן א טריט נענטער צו דעם ציל.

א ווארטזאגער פאר די קאמיטע האט געזאגט אז זיי האבן גענומען דעם געדאנק פון א ענליכע געזעץ וועלכע עקזיסטירט שוין זינט 1980 אין מדינת ישראל, אונטער וועלכע יעדע ניי-געבויטע הויז דארף זיך באנוצן מיט סאלער ענערגיע צו הייצן איר וואסער, און איבער 90% פון די היימען אין ארץ ישראל הייצן זייערע הייס וואסער פון די סאלער אויף זייער דעכער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל