אין א היסטארישער געשעעניש, האט די קליינע אידישע געמיינדע אין דעם אפריקאניש לאנד, ניגעריע, געפראוועט א הכנסת ספר תורה.

אין ניגעריע, וואס פארמאגט א באפעלקערונג פון איבער 180-מיליאן מענטשן, וואוינט א געוויסע עטנישע גרופע מיט'ן נאמען 'איגבאו', וועלכע שטאמען במקור לויט געוויסע השערות פון די פארלוירענע עשרת השבטים. אינערהאלב דער גרופע זענען פאראן עטליכע טויזנט מענטשן וועלכע באטראכטן זיך ווירקליך ווי אידן, און א צאל פון זיי זענען מיט דער צייט דורכגעגאנגען א גיור לחומרא און פירן זיך על פי הלכה.

צו דער הכנסת ספר תורה, וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ארטיגן חב"ד-שליח, איז געקומען א צאל געסט פון ארץ ישראל זיך באטייליגן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל