פעלדער אינעם דרום-ראיאן פון 'נחל עוז' און ארום האבן געליטן גרויסע שאדנס פון א ריזיגן פייער, וואס עזה-אראבערס האבן אונטערגעצינדן דורכ'ן צוטשעפען צינד-באמבעס צו באלונען און זיי אריבערשיקן דער גרעניץ קיין ארץ ישראל.

די אראבערס האבן שוין אנגעברענגט עטליכע אזעלכע פייערס אין געגנט, דורכ'ן ניצן דעם טאקטיק פון צובינדן צינד-באמבעס צו באלונען און 'קייטס' און זיי אריבערווארפן דער גרעניץ.

מדינת ישראל באטראכט יעצט די מעגליכקייט צו קלאסיפיצירן די אקטן אלס טעראר, וואס וועט דערלויבן די סאלדאטן צו שיסן אויף עמיצן איידער יענער באווייזט ארויסצושיקן דעם באלון.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל