אריזאנע – די פעדעראלע געזונטהייט אויטאריטעטן האבן נעכטן געמאלדן די ערשטע פאטאליטעט פונעם יעצטיגן מאסיוון אי-קאליי אויסברוך, וועלכע שטאמט פון פארפעסטיגטע ראומעין לעטוס אין אריזאנע. די פאטאליטעט האט פאסירט אין קאליפארניע, און אויסער דעם האבן די פעדעראלע באאמטע געזאגט אז די אי-קאליי אויסברוך איז אויפגעכאפט געווארן אין פרישע דריי סטעיטס, קענטאקי, מאסעטשוסעטס און אין יוטא, וואס באדייט אז עס איז שוין יעצט אויסגעשפרייט אין 25 סטעיטס. אלעס אינאיינעם זענען שוין 121 מענטשן אפעקטירט געווארן מיט אי-קאליי פונעם אויסברוך, וואס 52 פון זיי האבן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג, און פערצן ליידן פון ערנסטע נירן פראבלעמען אלס רעזולטאט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל