וואשינגטאן - א גרופע סענאטארן האבן אויפגעברענגט א ביל וועלכע וועט איינצוימען די מיליטערישע מאכט פון פרעזידענט טראמפ און אלע אמעריקאנער פרעזידענטן פון היינט און ווייטער. זינט סעפטעמבער עלעווען, האט קאנגרעס געגעבן פאר׳ן פרעזידענט אליינס אונטערצונעמען מיליטערישע שריט קעגן סיי וועלכן טעראר געפאר, צוליב וואס דאס לאנד איז דאן אויסגעשטאנען א באלדיגע געפאר און מ׳האט נישט געוואלט אז יעדע קאנטער-טעראריזם אפעראציע זאל דארפן ווארטן אויף קאנגרעס' באשטעטיגונג. דער נייער פארשלאג וועט צוריקשטעלן דעם אלטן סיסטעם, אז יעדעס מאל איידער דער פרעזידענט וויל נעמען מיליטערישע שריט, וועט עס קאנגרעס דארפן אויטאריזירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל