מאנהעטן – אויף ניו יארק סיטי איז פארהאן א וועלט'ס אויסדרוק "די שטאט וועלכע שלאפט קיינמאל נישט", און ווי עס שטעלט זיך ארויס פון אן אנקעטע וועלכע איז נעכטן פובליצירט געווארן, איז דאס ווירקליך טאקע אזוי. די "סייענע קאלעדזש ריסוירטש" אינסטיטוציע האט אויסגעפרעגט א פאר הונדערט ניו יארק סיטי איינוואוינער איבער שלאף, און ווייניגער ווי איינס פון יעדע פיר מענטשן האבן געזאגט אז זיי שלאפן די דאקטוירים-רעקאמענדירטע אכט שטונדן פער נאכט, און בערך האלב זאגן אז זיי שלאפן נישט מער ווי זעקס שעה מאקסימום. דאס איז פיל ווייניגער ווי דער דורכשניט פון וויפיל שלאף איינוואוינער אין אנדערע גרויסע באוואוינטע שטעט איבער'ן לאנד באקומען.
הוסף רשומת תגובה