וויסקאנסין – דעמאקראטן אין וויסקאנסין זענען ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג, אז דער ארטיגער רעפובליקאנער גאווערנאר, סקאט וואלקער, גיט שוחד פאר אלע וויילער אין דער סטעיט, מיט'ן ציל צו געווינען זייערע שטימען פאר די נאוועמבער וואלן, ווען ער לויפט פאר נאך א טערמין. די באשולדיגונג קומט נאכדעם וואס גאווערנאר וואלקער האט מיט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן א ספעציעלן פראגראם ארויסצוהעלפן פאמיליעס אין דער סטעיט, דורכ'ן זאגן אז יעדער וואס האט קינדער וועט זיך קענען איינשרייבן אויף א סטעיט-געפירטע וועבסייט, וואו מען וועט אים פרעגן פארשידענע פראגעס איבער דער עקאנאמיע און ענליכעס, און בלויז פאר'ן ענטפערן די פראגעס, וועט מען באקומען א טשעקל אויף פאסט פון 100 דאלאר פער קינד. גאווערנאר וואלקער זאגט אז די געלטער וועט קומען פון א בודזשעט סורפלוס וואס ער האט באוויזן אהערצושטעלן, און ער מאכט אוועק די דעמאקראטן'ס באשולדיגונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל