וועסט ווירדזשיניע – רעפובליקאנער וויילער אין וועסט ווירדזשיניע, גרייטן זיך ארויסצוקומען קומענדיגן דינסטאג צו די שטים בודקעס, אפצוגעבן זייערע שטימען אינעם רעפובליקאנער סענאט פריימערי פארמעסט, וועלכע שטעלט זיך ארויס אלס א גאר היציגע. עס לויפן עטליכע קאנדידאטן אין די רעפובליקאנער פריימערי, אבער עס שטארט ארויס דער קאנדידאט דאן בלענקענשיפ, א געוועזענער קוילן מאגנאט. בלענקענשיפ האט א קאנטראווערסיאלע היסטאריע, ווערנדיג געפונען שולדיג אין פארלעצן זיכער געזעצן, וואס האט געפירט צום טויט פון 29 קוילן מינע גרעבער אין וועסט ווירדזשיניע אין יאר 10'. בלענקענשיפ איז געזעסן א יאר אין טורמע, און איז ערשט באפרייט געווארן פאראיאר אין מאי. נעכטן האט פרעזידענט טראמפ'ס זון, דאנעלד דזשוניאר, ארויסגעשיקט א מעסעדזש, בעטנדיג ארטיגע וויילער נישט צו שטימען פאר בלענקענשיפ.
הוסף רשומת תגובה