טעהראן – א מיטל מזרח סאטעלייט פירמע האט נעכטן פובליצירט בילדער, וואס זי זאגט אז די בילדער צייגן אז עס קומען פאר "אומגעווענליכע אקטיוויטעטן" אין איראן'ס אוראניום בארייכערונג איינריכטונג אין דער שטאט פארדאו. די בילדער פון "אימעדזשסאט" צייגט אז עס קומט פאר נייע קאנסטרוקציע אינעם ארט, און אומצאליגע קארס און באסעס זענען פארקירט אינעם פארקינג לאט נעבן דער איינריכטונג. די פירמע זאגט אז לאנגע מאנאטן האט מען נישט געזען די מינדעסטע אקטיוויטעט ביים ארט, וועלכע געפינט זיך בעיקר אונטערערדיש מיט עטליכע געביידעס העכער דער ערד, און די גאנצע איינריכטונג איז נאכאנאנד אונטער אינטערנאציאנאלע אינספעקשאנס, אלס טייל פונעם יאר 15' דיעל. עס איז שטארק מעגליך אז איראן גרייט זיך נאכאמאל אנצוהייבן צו אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס, אין פאל טראמפ ציט זיך טאקע ארויס פונעם דיעל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל