בעיזשינג – דאס אמעריקאנער מיליטער האט געמאלדן פאר כינע, אז זיי וועלן נישט קענען אנטיילנעמען אין א מאסיווער אמעריקאנער-אנגעפירטע מיליטערישער מושטירונג, צוליב וואס דאס כינעזער מיליטער האלט ווייטער אן אירע אומלעגאלע אפעראציעס פון פארכאפן אינזלען אין אינטערנאציאנאלע טעריטאריע אינעם דרום כינע ים. די מושטירונגען נעמען אריין פילע לענדער פון אזיע און ארום, און עס איז געצילט בעיקר צו פארשטערקערן נעווי קאאפעראציע פון מיליטערן איבער דער וועלט. עס איז אנגעצייגט געווארן אז כינע האט לעצטנס פארמערט אירע אומלעגאלע שריט אויף די אינזלען, ארויפשטעלנדיג אפילו מיסילס אויף איינס פון זיי, און דעריבער האט אמעריקע באשלאסן צו שיקן דעם שארפן מעסעדזש פאר כינע, דורכ'ן צוריקציען פון דער איינלאדענונג צו די מושטירונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל