ניו יארק – א יוגנטליכער איז פאראורטיילט געווארן צו זעקס מאנאטן טורמע, פאר'ן וואנדאליזירן א לאקאלן אידישן בית החיים. דער 19 יעריגער עריק קארבאנערא פון ווארוויק, איז פאראורטיילט געווארן אינעם אראנדזש קאונטי טורמע, עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס ער האט זיך דערקלערט שולדיג פאר'ן וואנדאליזירן דעם "בית שלום סעמעטערי" אין ווארוויק, וואו ער האט אנגעפירקלט גראפיטי, אריינגערעכנט האקנקרייצן, די ווערטער "הייל היטלער" און דעם נאצישן עס-עס סימבאל. ביים פאראורטיילונג פראצעס, האט קארבאנערא זיך אנטשולדיגט דערפאר, און דער ריכטער האט געזאגט אז אויסער די 6 מאנאטן טורמע, וועט ער מוזן טאן 150 שטונדן קאמיוניטי סערוויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל