וואשינגטאן – א ביל וועלכע איז אויפגעברענגט געווארן אין קאנגרעס אין די לעצטערע טעג, וועט אנגעבליך שטארק ארויסהעלפן אידן וועלכע ווילן געבן גרויסע געלטער פאר צדקה-ארגאניזאציעס און מוסדות, דערמיט וואס ס'וועט ערמעגליכן גרינגערהייט צו באקומען פעדעראלע שטייער "דידאקשענס" פאר די ביישטייערונגען. דער נייער שטייער רעפארם געזעץ האט אויסגעברייטערט דעם "סטאנדארט דידאקשען" פאר פעדעראלע שטייערן, וואס באדייט אז דאס געזעץ שטופט מער מענטשן צו פיילן איין גרויסן "דידאקשען" און נישט אויסרעכענען ספעציפישע זאכן וואס זיי ווילן אראפרעכענען פון זייערע שטייערן, וואס דעריבער איז דא א זארג אז ס'וועט ברענגען אז געוויסע וועלן נישט זוכן צו געבן גרעסערע סומעס צדקה, ווייל ס'איז שוין נישטא דער שטופ אז מ'קען עס אראפרעכענען עקסטער פון די שטייערן. דער נייער ביל פארשפרעכט דאס צו פאררעכטן.
הוסף רשומת תגובה