אמסטערדאם – האלענדישע אויספארשער האבן נעכטן ארויסגעשטעלט באווייזן, אז דער מיסיל וועלכע האט אראפגעשאסן דעם "מאלאזיע עירליינס פלייט 17" העכער מזרח אוקראינע אין יאר 2014, איז קלאר געווען א רוסישער מיסיל, ארויסגעשאסן דורך די רוסישע מיליטער'ס 53'סטע אנטי-עירקרעפט מיסיל בריגאדע. דער אראפשיס פונעם פליגער, ביי וועלכע 298 זענען אומגעקומען, האט ערוועקט א שטורעם פון קריטיק קעגן רוסלאנד, וויבאלד עס זענען פון דער ערשטער מינוט אן געווען אנדייטונגען אז א רוסישער מיסיל האט עס אראפגעשאסן, זייענדיג אינעם מזרח אוקראינער ראיאן וואס איז אונטער קאנטראל פון פרא-רוסישע רעבעלן. יעצט האט מען קלארע באשטעטיגונג דערויף.
![בילד בילד](https://blogger.googleusercontent.com/img/proxy/AVvXsEilltP9CrIacowHvJoVj5YZO1eR4C3uW0569dMU4Ps3QpPSr6YCaBMNGRba1MQ8FnMLxjBKLJvzRzU8uWs5QKqEk_Ux1zJU5AOBR_JrrFiRKiBXnBpWi6EiCtyD6OZJ7LlU7amm_8DnsZL8TyhxKV3x6OLXNVc52piOfeYxDoev8WdYipzupo6W5mg1J7qnxlAgG_Q48oOtXC7uvht0FQnZohQcoqAhwg=s0-d-e1-ft)
הוסף רשומת תגובה