פיאנגיענג – געציילטע שטונדן איידער דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן אז ער איז מבטל דעם געפלאנטן סאמיט מיט צפון קארעא'ס פירער, האט דאס צפון קארעא מיליטער דורכגעפירט א סעריע אויפרייסן, וואס זי האט געזאגט אז דערמיט האט זי גענצליך פארניכטעט די הויפט טונעלן פון איר נוקלעארן טעסט צענטער אינעם פּאנגי-רי בארג. די אויפרייסן זענען פארגעקומען אין אנוועזנהייט פון צענדליגער אינטערנאציאנאלע זשורנאליסטן, און דער אמעריקאנער פענטאגאן זאגט אז זיי ארבעטן צו דערגיין צי די אויפרייסן האבן טאקע פארניכטעט צפון קארעא'ס נוקלעארער צענטער, אדער זיי זענען סתם געווען א שפיל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל