וואשינגטאן – אין א שריט וואס פילע האבן געהאט דערווארט, איז דערווייל אפגעשאפן געווארן דער סאמיט וואס האט געזאלט פארקומען צווישן פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעאר פירער קים יאנג אן, נאכדעם וואס טראמפ האט געשיקט א בריוו צו קים, אים צו מעלדן אז עס זעט נישט אויס ווי דער סאמיט קען פארקומען.

אינעם בריוו, וואו טראמפ באצייכנט קים מיט'ן פארנאמען "זיין עקסעלענץ", שרייבט טראמפ אז ער איז דאנקבאר פאר קים'ס צייט, געדולד און ארבעט צו פירן געשפרעכן, אבער מיט די לעצטע פארשארפטע רעטאריק, און די "אומגעהויערע צארן און אפענע פיינטשאפט" פון צפון קארעא'ס לעצטע סטעיטמענטס, איז נישט פאסיג אז די זיצונג זאל פארקומען.

טראמפ האט שפעטער געזאגט אין ווייסן הויז, אז טראץ וואס ער האט מבטל געווען דעם סאמיט, איז נאך פארהאן א מעגליכקייט אז ס'וועט יא פארקומען, און אלעס ווענדט זיך וויאזוי צפון קארעא וועט רעאגירן. טראמפ האט אויך קלארגעשטעלט אז אמעריקע שטייט גרייט מיט איר גאנצע מיליטערישע מאכט, אויב צפון קארעא וועט פרובירן אגרעסיעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל