די פארשידענערליי מינים קרעדיט קארטלעך וואס זענען פאראן 

אין דער מארקעט זענען פאראן הונדערטער-ערליי קרעדיט-קארטלעך, וואס ווערן צוגעשטעלט דורך צענדליגער פינאנציעלע אינסטיטוציעס. רוב פון זיי פאלן אבער אריין אין איינער פון עטליכע קאטעגאריעס. לאמיר זיי אויסרעכענען און מסביר זיין אויפ'ן שפיץ גאפל, אויף וויפיל ס'איז נוגע למעשה.

בילד


פשוט'ע סטאנדארטיזירטע קארטלעך

אויף קרעדיט-קארטל זשארגאן זענען די דאזיגע סארט קארטלעך באקאנט אלס "פּלעין וואַנילאַ" קרעדיט קארדס. ווי דער נאמען איז מרמז, זענען זיי פשוט און קומען אן קיין איבעריגע צוגעהערן. עס זענען נישטא קיין "רעוואָרדס", מתנות און אנדערע אזעלכע פינאנציעלע צוקערלעך. די תנאים און טערמינען זענען פשוט און פארשטענדליך, און דאס ניצן דאס קארטל איז אויך צוגענגליך.

דער באניצער באקומט א באשטימטן סכום פון קרעדיט, וואס ער קען ניצן אויף צו קויפן אדער באצאלן פאר זאכן אדער באדינונגען. ער קען נישט ניצן דאס קארטל אויף א סכום העכער דעם באשטימטן לימיט, און איינמאל ער באצאלט דעם חוב ווערט דער קרעדיט-סכום באפרייט און ער קען עס ווייטער ניצן.

סוף חודש באקומט דער קארטל-אייגנטומער א ביל, וועלכן ער איז דערווארטעט צו באצאלן צו דער באשטימטער אנגעגעבענער צייט. דער ביל וועט אנגעבן וויפיל פונעם חוב מוז באצאלט ווערן ביים אנגעגעבענעם טאג, און אויב פארפעלט מען דאס צו טאן, הייבט דער חוב אן וואקסן.

בילד

Reward קרעדיט קארטלעך

ווען איר קויפט עפעס איין און באצאלט מיט א "רעוואָרד" קארטל, באקומט איר עפעס א מתנה אויף צוריק – סתם אזוי, פאר'ן אזוי גוט זיין און באצאלן דווקא מיט דעם קארטל, אנשטאט אן אנדערן קארטל אדער מזומן.

די "רעווארדס" קומען אויף דריי אופנים: געלט, פּאָינטס, און טרעוול. געלט מיינט פשוטו כמשמעו: איר באקומט במתנה א געוויסן סכום געלט. פאינטס זענען ענליך צו די וואס קינדער באקומען אין חדר פאר'ן זיך גוט אויפפירן. יעדעס מאל איר ניצט דאס קארטל, באקומט איר אלס שכר א געוויסן סכום פון פאינטס – איין פאינט פער יעדן דאלאר, צי עפעס כעין זה. די פאינטס קענט איר דערנאך איינקעשן אין פארשידענע עלעקטראנישע שטוב-צוגעהערן אדער א ליסטע פון אנדערע זאכן וואס די פירמע שטעלט צו, אריינגערעכנט טאקע מזומן געלט. "טרעוול" גיט דעם באניצער קרעדיט אויף עראפלאן-רייזעס, האטעלן, און אנדערע אזעלכע שאר ירקות בשייכות פארן און מאכן נסיעות.

ווי פארשטענדליך, קומט אייביג עפעס מיט מיט אזעלכע קארטלעך. ראשית כל וועט אייער "קרעדיט סקאר" – אייער היסטאריע רעקארד פון באצאלן בילס און חובות פינקטליך און אין צייט – דארפן זיין אין א גלענצנדן צושטאנד. די דאזיגע קארטלעך רעכענען געווענליך אויך העכערע פראצענטן און האבן פארשידענע קאסטן.

טשאַרדזש קאַרדס

אנדערש ווי כמעט אלע קרעדיט-קארטלעך, וואס קומען מיט א קרעדיט לימיט וויפיל דער באניצער קען דערמיט שפענדן פער חודש, האט א טשארדזש קארד נישט קיין סכום-באגרעניצונגען. דער באניצער קען שפענדן וויפיל ער וויל, אבער לכבוד דעם מוז די גאנצע באלאנץ אפגעצאלט ווערן תיכף צום באשטימטן טאג ווי אנגעגעבן אויפ'ן ביל. אנדערש ווי געווענליכע קארטלעך, וועלכע פארלאנגען בלויז א "מינימום פעימענט" – א געוויסער טייל פונעם סך הכל חוב – וואס מוז באצאלט ווערן, בעת דער רעשט קען ווארטן אביסל לענגער, פארלאנגט אזא קארטל דאס באצאלן דעם גאנצן חוב.

נישט באצאלן אין צייט פאר אזא פריי-לויזן קארטל קומט, ווי פארשטענדליך, מיט א טייערן פרייז. די פינאנציעלע פירמע ווייזט דעם באניצער ארויס גאר א סך צוטרוי, און דערפאר קען זי נישט לאזן קיין טראפ פלאץ פאר מיסברויכן. אויסער צולייגן א באלעבאטישן פראצענט צום אריגינעלן חוב, וועט די פירמע צומאל גיין אזוי ווייט ווי אפשליסן די קארטל-קאנטע אויפ'ן פלאץ, אן געבן דעם באניצער א צווייטן שאנס.

סעקיורד קרעדיט קארטלעך

דאס איז געווענליך געווידמעט פאר אזעלכע מיט א שלעכטן קרעדיט-רעקארד, וועמען פינאנציעלע אינסטיטוציעס וועלן אלס תוצאה נישט געטרויען מיט'ן בארגן געלט. אזא קארטל פונקציאנירט מער-ווייניגער ווי אלע אנדערע, מיט'ן אויסנאם אז דער באניצער מוז פריער איינלייגן א געוויסן סכום געלט. איר קענט דערנאך ניצן דאס קארטל קעגן דעם איינגעלייגטן סכום.

וואס, אויב אזוי, איז דער אויפטו און וויאזוי איז א סעקיורד קארטל אנדערש ווי סתם א דעביט קארטל? דער עיקר חילוק שטעקט אין דעם, וואס אויב באצאלט איר צייטליך און קומט נאך אלע פאדערונגען און תנאים פון דער פירמע דורכאויס א געוויסער באשטימטער צייט, קען דאס קארטל עווענטועל טראנספארמירט ווערן אין א געהעריגן קרעדיט קארטל מיט קרעדיט. די מינימום סומע ווי אויך די לענג פון דער פראבע-צייט איז אנדערש ביי אנדערע פירמעס, אבער אין רוב פאלן איז עס עטליכע הונדערט דאלאר, מיט אן עת נסיון פון צוועלף ביז אכצן חדשים.

אין א ווארט
די ליסטע מיט סארטן קרעדיט קארטלעך דעקט נישט אלע קרעדיט-קארטלעך ברירות און פארשלאגן וואס זענען פאראן. ווי געזאגט, זענען פאראן הונדערטער קרעדיט-קארד סערוויסעס צוגעשטעלט דורך צענדליגער פירמעס, יעדער פון זיי מיט זיינע אייגענע תנאים און פארשלאגן. אבער כמעט יעדער פון זיי וועט אריינפאלן אין איינער פון די אויסגערעכנטע קאטעגאריעס, מיט קליינע וואריאציעס און שינויים פון איינעם ביז'ן אנדערן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל