וואשינגטאן – נעכטן איז אויפגעדעקט געווארן, אז פעדעראלע אויספארשער האבן פאר לאנגע וואכן באקומען ליסטעס פון די פריוואטע טעלעפאן געשפרעכן פון פרעזידענט טראמפ'ס לויער, מייקל קאהן, וואס ברענגט פרישע פראגעס און וואונדער איבער וואס די אויספארשער האבן אלץ געזען אין די ליסטעס.
לויט די אויפדעקונגען, האט א פעדעראלער ריכטער באשטעטיגט א ביטע פון פעדעראלע פראקורארן צו באקומען ליסטעס פון קאהן'ס טעלעפאן קאלס, און דאס האט פאסירט עטליכע וואכן איידער עף-בי-איי אגענטן זענען איבערגעפאלן קאהן'ס אפיס און היים, און האבן קאנפיסקירט אומצאליגע דאקומענטן.
קוועלער זאגן אויך, אז צווישן די טעלעפאן רופן וואס זענען אויפגעכאפט געווארן אויף די ליסטעס, איז געווען א קאל וואס קאהן האט געמאכט צום ווייסן הויז, אבער עס איז נישט קלאר צי ער האט גערעדט צו טראמפ דירעקט אדער א צווייטן – און טראמפ'ס לויער זשוליאני זאגט אז ער האט טאקע געווארנט טראמפ נישט צו רעדן טעלעפאניש צו קאהן.

הוסף רשומת תגובה